איסלאמאבאד – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן, אז זי האט ארויפגעשטעלט פאקיסטאן אויף א ספעציעלער ליסטע פון לענדער וועלכע פארלעצן רעליגיע פרייהייט-רעכטן פון אירע בירגער. די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז זי האט אויפגעפרישט די ליסטע פון די לענדער, און יעצט נעמט עס אריין אויך כינע, עריטרעיע, איראן, מיאנמאר, צפון קארעא, סודאן, סאודי אראביע, טאזשיקסטאן, טורקמעניסטאן און אוזבעקיסטאן. דאס ארויפשטעלן פאקיסטאן אויף דער ליסטע קומט אלס טייל פון א נייעם דרוק קאמפיין וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט אונטערגענומען קעגן פאקיסטאן, זיי צו צווינגען בעסער און שטערקער צו קאאפערירן מיט אמעריקע ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל