וואשינגטאן – דער ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי, האט געגעבן לענגערע קאמענטארן פאר'ן ניו יארק טיימס, אין אן ארטיקל וועלכע צייכנט אפ דאס ערשטע יאר פון דאנאלד טראמפ אין ווייסן הויז. צווישן אנדערע אינטערעסאנטע זאכן וואס קעלי דערציילט, איז אז פרעזידענט טראמפ פרעגט קיינמאל נישט בעפאר א וויכטיגן באשלוס, "וויאזוי האבן אנדערע פרעזידענטן געהאנדלט אין אזא סיטואציע?", ווייל טראמפ וויל טאן אליינס וואס ער פארשטייט אלס דאס בעסטע און פאסיגסטע, און נישט דוקא וואס עס הייסט נארמאל און גוט היסטאריש גערעדט.

קעלי האט אויך געזאגט אז ער טוט בכלל נישט פרובירן צו קאנטראלירן דעם פרעזידענט, נאר צו קאנטראלירן וועלכע אינפארמאציע ער זעט. "איך בין נישט אראפגעקומען אויף דער וועלט אים צו קאנטראלירן, אבער איך קען קאנטראלירן אז זיין שטאב זאל ארבעטן בעסער, און אז ווען ער מאכט א באשלוס, זאל ער זיין פולקאם אינפארמירט".

בילד: דער ווייסער הויז שטאב הויפט דזשאן קעלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל