א באריכט וואס איז נארוואס פארעפנטליכט געווארן דורך 'אַקספעם אינטערנעשאנעל' ווייזט, אז 82 פראצענט פונעם געלט וואס איז געמאכט געווארן דורכאויס דעם נארוואס-פארלאפענעם יאר פון 17' איז געגאנגען צו דעם איין פראצענט פון רייכסטע מענטשן.

די קערפערשאפט טענה'ט, אז די דאזיגע סטאטיסטיק, וואס זאגט אז איבער אכט פון יעדע צען דאלאר איז אנגעקומען צו די רייכע טאשן, ווייזט אז די עיקר וואס געניסן פון דער עקאנאמישער אויפוואכונג איבער דער וועלט זענען די סאמע גרעסטע עשירים, און נישט די וואס האבן שווער געהארעוועט.

דער באריכט איז פארעפנטליכט געווארן אין בעפארשטייאונג צו דעם אלוועטליכן 'עקאנאמישן פארום', וואס ווערט אפגעהאלטן אין דאוואס, שווייץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל