דער אמעריקאנער אמבאסאדער אין פאנאמע האט דעם שבת געמאלדן אז ער טרעט אפ פון זיין אמט, און אין זיין רעזיגנאציע בריוו שרייבט ער, ״אן אמבאסאדער דארף פארטרעטן דעם פרעזידענט און די אינטערעסן פון דער אדמיניסטראציע, אפגעזען פון פאליטיק, אבער וויבאלד איך קען עס מער נישט טון, בין איך פארפליכטעט צו מעלדן מיין רעזיגנאציע.״ די רעזיגנאציע וועט אריינגיין אין אפעקט קומענדיגן מערץ 9 און זיין דעפיוטי וועט צייטווייליג פארטרעטן זיין אמט. דער אמבאסאדער דשאן פרילי איז איינגעשוואוירן געווארן צו זיין פאזיציע יאנואר 2016 אונטער פרעזידענט אבאמא, מיט זיין רעזיגנאציע שליסט זיך פאנאמא אָן אין די צענדליגער לענדער איבער דער וועלט, וואס האבן נאכנישט קיין באשטימטע אמבאסאדארן צוליב אויפזאגונגען און רעזיגנאציעס פון אבאמא דיפלאמאטן אונטער דער יעצטיגער אדמינסטראציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל