דייטשע אויטאריטעטן האבן געמאלדן, אז זוכענישן האבן זיך אנגעהויבן איבער'ן גאנצן לאנד נאך צען איראנישע אגענטן וואס האבן דורכגעפירט שפיאנאזש-ארבעט פאר איראן קעגן א צאל אידישע און מדינת-ישראל אינטערעסן אין דייטשלאנד.

די דייטשע פאליציי האט ארויסגעגעבן ארעסט-באפעלן אויף די צען פארדעכטיגטע, וועלכע זענען אינדערצווישן פארשוואונדן. די זוכענישן האבן זיך אנגעהויבן נאך אינפארמאציע וואס דייטשע שפיאנאזש-אגענטורן האבן איבערגעגעבן צו דער פאליציי.

לויט געוויסע פרעסע-באריכטן, זענען די דאזיגע 'שפיאנען' אייגנטליך טייל פון אן עליטע-אפטיילונג אין איראנ'ס 'רעוואלושאנערי גארד', מיט'ן נאמען 'אַל קודס'. אל קודס ווערט דורך די פאראייניגטע שטאטן באטראכט ווי א טעראר-גרופע.

פאליצייאישע קרעפטן האבן דורכגעפירט אבלאוועס אין עטליכע הייזער און אפיסעס איבער'ן לאנד, אבער קיין ארעסטן זענען דערווייל נישט דורכגעפירט געווארן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post