דאס שטעטל מעיפלוואוד אין ניו דזשוירזי וויל ארויסגעבן א געזעצליכן פארבאט פאר מענטשן צו טעקסטן אויפ'ן טעלעפאן בשעת'ן גיין אויף דער גאס.

דאס געזעץ, וואס דארף נאך באשטעטיגט ווערן, קומט מיט'ן ציל פון רעדוצירן עקסידענטס און אנדערע פראבלעמען וואס קומען פון דעם וואס מענטשן קוקן נישט וואו זיי גייען און זעען נישט קיין אויפלויפנדע קארס אד"ג.

ביי דער ערשטער פאלעצונג וועט קומען א מינימאלע געלט-שטראף, וואס וועט אבער ארויפגיין מיט יעדער נאכפאלגנדער פארלעצונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל