שווערע רעגנס האבן פארפלייצט געגנטער אין דרום קאליפארניע, נאכדעם וואס די טייכן זענען איבערגעפלאסן, ברענגענדיג שווערע פארפלייצונגען וועלכע האבן אפגעשפארט שאסייען און רואינירט געביידעס.

צוויי טויטפעלער זענען באריכטעט געווארן, פון איינוואוינער וועלכע זענען פארשוועמט געווארן אינאיינעם מיט זייערע היימען.

די פארפלייצונגען האבן געברענגט דערצו, אז די  ארטיגע אויטאריטעטן האבן עוואקואירט הונדערטער טויזנטער פון זייערע היימען און אפגעשפארט פארשידענע געגנטער פאר פארקער. רעטונג ארבייטער האבן אויך געארבעט שווער צו ראטעווען הונדערטער געשטראנדעטע איינוואוינער פון פארפלייצטע געגנטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל