וואשינגטאן – אנטי-אלקאהאל אקטיוויסטן האבן אויסגעדרוקט זארג, איבער דעם וואס דער שטייער רעפארם ביל, וועלכע גייט אריין אין קראפט אין די יעצטיגע טעג, וועט פירן צו מער אלקאהאל טרינקען איבער'ן לאנד, וואס וועט אויטאמאטיש באדייטן אז מער מענטשן וועלן זיך איבערטרינקען, וואס קען ברענגען פרישע פאטאליטעטן, צי דורכ'ן פארפּעסטיגט ווערן פון צופיל אלקאהאל, אדער דורך שיכור'ע מאטאריסטן. עס איז נישט קיין פראוויזיע וואס האט באקומען צופיל אויפמערקזאמקייט, אבער אינעם שטייער רעפארם ביל איז אריינגעשטעלט געווארן א טייל וואס גיט א זעכצן פראצענט שטייער שניט פאר אלקאהאל פראדוצירער, דאס נעמט אריין וויין, ביר, וויסקי, וואדקא און אנדערע אלקאהאלישע געטראנקען, וואס באדייט אז ס'וועט זיין ביליגער צו קויפן, און סטאטיסטיקס צייגן אז ווען ס'איז ביליגער, טרינקען מענטשן מער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל