וואשינגטאן – א באריכט אינעם "דעילי ביעסט" צייגט, אז די פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט וועט עפענען א פרישע אויספארשונג קעגן פרוי קלינטאן, נאכאמאל איבערצוקוקן צי זי האט טאקע נישט פארלעצט קיין שום געזעץ מיט אירע אימעיל מיסברויכן. קלינטאן איז אויסגעפארשט געווארן לענגער ווי א יאר, איבער דעם וואס זי האט געהאלטן קלאסיפייד אינפארמאציע אויף א פריוואטן אומבאשיצטן אימעיל סערווער, אבער עווענטועל איז זי ריינגעוואשן געווארן דורך די עף-בי-איי און די יוסטיץ דעפארטמענט. אצינד ווערט די אויספארשונג פריש געעפנט, און דאס קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אויף טוויטער פארלאנגט אויסצופארשן נאכאמאל דעם קלינטאן אימעיל סקאנדאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל