טעהראן – די איראנער רעגירונג האט נעכטן געזאגט, אז אירע "איסלאמישע רעוואלוציאנערע גארד" ארמיי האט סוקסעספול אפגעשטעלט א גרופע אייסיס טעראריסטן פון אינפילטרירן דאס לאנד. די רעגירונג זאגט אז די גרופע פון ארום 21 אייסיס טעראריסטן זענען אריבערגעקומען פון איראק דורכ'ן גרעניץ, און ווי נאר זיי זענען אריינגעקומען אין איראנער טעריטאריע, האבן זעלנער פון די רעוואלוציאנערע גארד געהאלטן אויף זיי אן אויג. די זעלנער זענען דאן געקומען נענטער, מיט'ן ציל צו ארעסטירן די טעראריסטן, אבער דאן האט אויסגעבראכן א שיסעריי אויסטויש, פון וועלכע דריי זעלנער און דריי אייסיס טעראריסטן זענען אומגעקומען. די איבריגע אייסיס טעראריסטן זענען סוקסעספול גענומען געווארן לעבעדיגערהייט אונטער ארעסט. די יעצטיגע אינפילטרירונג פון די אייסיס טעראריסטן, קומט נאכדעם וואס פארגאנגענעם יוני האט אייסיס דורכגעפירט א סוקסעספולע אטאקע אויפ'ן איראנער פארלאמענט, מיט 18 אומגעקומענע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל