אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן איבער דעם ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט, נאך א באריכט אז פאליסלייט באריכטן נישט באגאנגענע פארברעכנס איבער דער שטאט ווי געהעריג, כדי צו גרינגער קענען פאראויסשטופן זייערע קאריערעס.

די באשולדיגונג קומט פון מאַראַש וואוסינאַדזשי, א לאנגיעריגן פאליציי-קעפטעין וואס האט געארבעט אין עטליכע באָראָוס פון ניו יארק סיטי, וועלכער האט צונויפגעזאמעלט 156 פאלן פון פארברעכנס, וואס די פאליציי האט פאלש באריכטעט צו די אויטאריטעטן, אנגעבליך מיט'ן ציל פון געבן דעם פאלשן איינדרוק אז די פארברעכן-ראטע איז נידעריגער ווי באמת, און אזוי ארום זיך פארזיכערן מיט אויסצייכענונגען, ראנג-העכערונגען, און אנדערע באנוסעס אלס שכר פאר דער גוטער ארבעט.

וואוסינאַדזשי ווייזט אן אלס ביישפילן, ווען א געוואלדס-אקט האט אויך כולל געווען א גניבה, וועלן די פאליציאנטן באריכטן דעם אינצידענט אלס 'גניבה', וואס איז א קלענערע פארברעכן, און איגנארירן דעם מער-ערנסטן געוואלדס-אקט. נאך א ביישפיל, ווען עמיצער האט פרובירט שיסן א צווייטן מענטש, וואס איז א מארד-פרואוו, וועט די פאליציי דאס באצייכענען ווי א פאל פון "קוילן וואס זענען אויסגעשאסן געווארן" און דארף אויסגעפארשט ווערן.

דער באריכט קומט אין א צייט וואס די פאליציי דעפארטמענט האט פארעפנטליכט די סטאטיסטיקס פונעם פארגאנגענעם יאר, וואס ווייזן אז די פארברעכן-ראטע איז געפאלן צו רעקארד-נידעריגע ציפערן.

בילד: פאליציאנטן מאניפולירן פארברעכן-באריכטן צו פאראויסריקן קאריערעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל