שווייץ – נעכטן האט זיך פרעזידענט טראמפ געטראפן מיט דער בריטישער פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, און ביידע האבן ווידערהאלט די גאר ספעציעלע און נאענטע באציאונגען צווישן אמעריקע און ענגלאנד. טראמפ איז געזעסן פאר געשפרעכן מיט מעי, און ביי די געשפרעכן האט ער געזאגט פאר די מידיא, אז אויסער די גוטע באציאונגען צווישן ביידע לענדער, פארמאגט ער א פערזענליכע פריינטשאפט און פארשטאנד מיט דער פרעמיער מיניסטארשע, און ער האט געלייקנט די לעצטיגע מידיא באריכטן אז זיי צוויי פארשטייען זיך נישט און אז זיי קריגן זיך ארום הונטער די קויליסן. טראמפ האט אויך געזאגט אז אמעריקע וועט פארשטערקערן האנדל מיט ענגלאנד, יעצט אז ענגלאנד זוכט פרישע האנדלס–אפמאכן מיט לענדער איבער דער וועלט, וויבאלד זי וועט זיך אפרייסן פונעם אייראפעאישן יוניאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל