אומבאקאנטע וואנדאלן האבן אויסגעניצט דעם כאאטישן צושטאנד וואס הערשט יעצט אין טיילן פון טוניזיע, און באווארפן אן ארטיגע אידישע שולע מיט גאז-באמבעס.

מערערע אנטי-רעגירונג דעמאנסטראציעס בושעווען אין טוניזיע, און די פארברעכער האבן אויסגעניצט דעם פאקט וואס די פאליציי איז פארנומען באקעמפן די דעמאנסטראנטן.

די געביידע האט געליטן שאדנס, אבער קיין מענטשן זענען נישט געטראפן געווארן. א טאג פריער, האבן וואנדאלן פרובירט אונטערצינדן א בית המדרש.

טוניזיע איז אן איסלאמיש לאנד, וואס פארמאגט א קליינע אידישע באפעלקערונג פון אכצן-הונדערט נפשות. דער אידישער ישוב אין לאנד גייט צוריק איבער 2,500, מיט די ערשטע אידן אנקומענדיג דארט נאכ'ן חורבן פון ערשטן בית המקדש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל