מאנטרעאל – א פאליציי אפיציר אין מאנטרעאל, קאנאדע האט זיך געלאזט פארפירן, פאר א קורצע וויילע, פון א פאלשן קאר, געמאכט הונדערט פראצענט פון שניי, וואס עמיצער האט אוועקגעשטעלט ביי א פארבאטענע ארט, שענקענדיג א "טיקעט" פאר'ן אייגנטימער פונעם "קאר". דער טשיקאווער עפיזאד האט פאסירט ווען דער מאנטרעאלער איינוואוינער סימאון לעפריס האט פארברענגט 4 שטונדן אין די אייז-קאלטע וועטערס און צוזאמגעשטעלט א גרויסן קאר געמאכט פון שניי, און ער האט עס דירעקט אוועקגעשטעלט אויף אן ארט וואס האט געזאלט זיין ליידיג, גרייט פאר די שארער טראקס צו קומען אפרייניגן די גאסן. א פארבייפארנדער פאליציי אפיציר האט באמערקט דעם "קאר" און איז צוגעקומען, וועלנדיג פארשרייבן א טיקעט, אבער נאך א מינוט, האט דער אפיציר זיך געכאפט אז דער קאר איז פאלש און געמאכט פון שניי, האט ער דעריבער איבערגעלאזט א נאטיץ מיט לייכטמוטיגע ווערטער, "מיר האבן געהאט א גוטן שמייכל, ווען מיר האבן געזען אז דאס איז פאלש. דו האסט געמאכט אונזער נאכט"...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל