סיריע – דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד האט ארויסגעגעבן א פרישע סטראשע אויף מדינת ישראל, זאגנדיג אז ער וועט באמבארדירן דעם פארנומענעם לוד לופטפעלד אין תל אביב, אויב וועט מדינת ישראל ווייטער אנגיין מיט זייערע באמבארדירונגען אין סיריע. לויט לעבאנעזער מידיא אגענטורן, האט אסאד געלאזט פאלן די שארפע סטראשונקע ביי א טעלעפאנישע געשפרעך מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און דאס קומט אלס רעאקציע צו די נאכאנאנדע באמבארדירונגען וואס דאס מדינת ישראל מיליטער פירט דורך אויף פארשידענע צילן אין סיריע, און ווי דער סירישער רעזשים טענה'ט, זענען שוין עטליכע פון אירע זעלנער אומגעקומען אין די באמבארדירונגען. מדינת ישראל זאגט אז די באמבארדירונגען צילן נאר אויף כיזבאלא קרעפטן וואס אפערירן אין סיריע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל