די פעדעראלע ״פאבליק קאמיוניקאציע קאמיטע״ האט קריטיקירט די לאקאלע אויטאריטעטן אין האוואי צוליב דעם פאניק וואס איז נעכטן אנטשטאנען, ווען די איינוואוינער האבן באקומען א פאלשע ווארנונג איבער א מיסיל וועלכע איז אויפ׳ן וועג. דער הויפט פון דער קאמיטע האט עס באצייכנט אלס אומאקצעפטירבאר, און פארלאנגט פון די לאקאלע אויטאריטעטן זאפארט צו פארבעסערן זייער סיסטעם כדי צו פארזיכערן אז ס'פאסירט נישט אין דער צוקונפט. נאכדעם וואס די איינוואוינער האבן באקומען א ווארנונג אז א מיסיל וועט לאנדן אין צען מינוט, האט גענומען 38 מינוט פאר די אויטאריטעטן צו פארריכטן דעם טעות און שיקן א צווייטן מעסעדש, א זאך וואס האט געברענגט פאניק און צעמישעניש. דער גאווערנאר האט געזאגט אז דער טעות האט פאסירט נאכדעם וואס א באאמטער האט בטעות געדרוקט א נישט ריכטיג קנעפל, וואס האט אקטיוויזירט די עמוירדשענסי ווארנונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל