אין רעאקציע צו פרעזידענט טראמפ'ס אנעקענונג אין ירושלים אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל, האט אן איסלאמישער פרעדיגער פון צפון קאראליינע אין א רעדע אין זיין מאסק גערופן מוסולמענער צו הרג'ענען אידן.

אַבדולאַ כאַדראַ איז דער דריטער איסלאמישער אימאם אין דער לעצטער תקופה צו רופן איסלאמיסטן צו מארדן אידן.

דער אימאם האט זיך באצויגן צו א ציטאט פונעם איסלאמישן 'נביא', מוכאמאד, אז ס'וועט קומען א צייט ווען מוסולמענער וועלן באקעמפן אידן, ביז יענע וועלן זיך מוזן לויפן באהאלטן אונטער ביימער און שטיינער, וועלכע וועלן דאן אויסרופן, "אה, דו מוסולמענער. דא איז פאראן א איד וואס באהאלט זיך אונטער מיר."

כאַדראַ האט דערביי אונטערגעשטראכן, אז נישט נאר ירושלים, נאר אלע אנדערע ארץ ישראל'דיגע שטעט, אריינגערעכנט "חיפה, עכו, און יפו, באלאנגען צו די מוסולמענער," און אויפגעפאדערט זיינע צוהערערס טיילצונעמען אין דער 'מלחמה' פון איסלאם קעגן אידן.
בילד: אמעריקאנער אימאם רופט מוסולמענער אומצוברענגען אידן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל