ניו יארק – א נישט-אזא לאכעדיגע געשיכטע האט פאסירט אין לאורעין, ניו יארק, ווען א פרוי האט זיך געטראפן פארשפארט אין איר שטוב צוליב די גאר הויכע שנייען וואס האבן איר נישט געלאזט אפילו דרייען דאס הענטל פונעם טיר. זי האט געמוזט רופן די פייערלעשער, און ווארטן מען זאל ברענגען א ריזיגן בולדאזער צו קענען רייניגן די שניי, און איר ארויסראטעווען. עס האט פאסירט נאכדעם וואס עס איז געפאלן איבער 6 פיס שניי אין געוויסע ערטער אין דער געגנט, און די פייערלעשער אויף דער סצענע האבן גענוצט האנט–שאוולעך, בולדאזערס, און א סאך מענטשן–קראפט אפצורייניגן דאס הויז און באפרייען די איינוואוינער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל