די צענטראלע באנק אין מדינת ישראל האט פארעפנטליכט איר מיינונג וועגן ביטקאינס, און באצייכנט די קריפטא-וואלוטע אלס א 'פארמעגן' (נכס), וואס קען געקויפט און פארקויפט ווערן, אבער נישט קיין 'וואלוטע', וואס וואלט אריינגעשטעלט דעם ביטקאין אין דער זעלבער קאטעגאריע ווי געהעריג געלט.

די באמערקונג האט געמאכט א פארשטייער פון דער באנק דורכאויס א סעסיע אינעם מדינת-ישראל פארלאמענט, דעם 'כנסת', ביי וועלכער די פינאנץ קאמיטע האט באהאנדלט די נושא פון ביטקאין-אינוועסטירונגען.

דאס קומט אין א צייט ווען די ארטיגע רעגירונג האלט אינמיטן פארמולירן א פאליסי איבער קריטפא-וואלוטעס, אריינגערעכנט דער מעגליכקייט פון אויפקומען מיט אן אייגענעם סארט קריפטא-וואלוטע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל