קאנאדע – פריוואטע אויספארשער, וואס די אידישע שערמאן פאמיליע אין טאראנטא האבן אויפגענומען, זאגן אז דער אידישער ביליאנער בערי שערמאן און זיין פרוי, וועלכע זענען געפונען געווארן נישט לעבעדיג מיט א מאנאט צוריק אין זייער היים, זענען דערמארדעט געווארן. די פריוואטע אויספארשער זענען אויפגענומען געווארן דורך דער שערמאן פאמיליע, וואס האט שטארק געברויזט אויף די פאליצייאישע אויספארשער פאר'ן פארשפרייטן פאלשע טעאריעס אז די שערמאן פארפאלק איז אליינס באגאנגען זעלבסטמארד. ווי די פריוואטע אויספארשער זאגן, האבן זיי געפונען קלארע באווייזן אז דאס שערמאן פארפאלק איז דערמארדעט געווארן דורך דערשטיקונג, און אז דאס איז געטאן געווארן דורך פראפעסיאנאלע מערדער, וועלכע האבן ווארשיינליך באקומען גרויסע געלטער באצאלט דורך די וועלכע האבן געוואלט דערמארדן דאס שערמאן פארפאלק. די אויספארשער האלטן נאך אבער אינמיטן דערגיין ווער ס'איז געשטאנען אונטער די טאפלטע מארדן, און די ליסטע איז גרויס, נעמענדיג אין באטראכט אז דאס שערמאן פארפאלק איז געווען ווערד 3 ביליאן דאלאר, לויט געוויסע שאצונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל