ענגלאנד – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן באזוכט די נייע איין-ביליאן-דאלארדיגע אמעריקאנער אמבאסאדע אין לאנדאן, בלויז געציילטע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט גאר שארף אראפגעריסן די נייע אמבאסאדע, זאגנדיג אז ס'איז געווען א נארישקייט פון דער אבאמא אדמיניסטראציע צו פארקויפן די אלטע אמבאסאדע און בויען די נייע אין א שוואכער געגנט (הבחור הזעצער: דער באשלוס צו בויען די נייע אמבאסאדע איז אייגנטליך געקומען פון דער בוש אדמיניסטראציע).

טילערסאן איז באגריסט געווארן ביי דער נייער אמבאסאדע דורכ'ן אמעריקאנער אמבאסאדאר, וואודי דזשאנסאן, און זיי האבן אינאיינעם באטראכט די קאנסטרוקציע פארשריט צו ענדיגן די אמבאסאדע. טילערסאן'ס באזוך אין ענגלאנד איז אויפצוטרייבן שטיצע פאר נייע סאנקציעס קעגן איראן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל