נארט דעקאטע – אויטאריטעטן אין א קליין שטעטל אין נארט דעקאטע, האבן אויסגעלויבט דעם פאקט אז ס'איז דארטן געפאלן א גרויסע שניי, ווייל דאס האט זיי ערלויבט צו כאפן א באנדיט. דער אינצידענט האט פאסירט אין מינאט, נארט דעקאטע, וואו דער 22 יעריגער דאסטין דזשאנסאן איז אריינגעקומען אינעם לאקאלן "האבי לאבי" געשעפט און האט אנגעפילט א שאפינג וועגעלע מיט טייערע ארטיקלען אין ווערד פון ארום פיר טויזנט דאלאר. דזשאנסאן האט באוויזן זיך ארויסצושלייכן פונעם געשעפט אן דעם וואס די ארבעטער זאלן אים אויפכאפן, אבער אינעם פארקינג לאט איז געווען אנגעהויפנט הויכע שניי, וואס האט געברענגט אז דאס וועגעלע זאל שטעקן בלייבן און זיך איבערדרייען. דזשאנסאן האט געהויבן פיס און אנטלאפן, אבער ווי א שלימזל איז אים ארויסגעפאלן זיין בערזל, וואס האט ערלויבט די פאליציי אים צו אידענטיפיצירן און ארעסטירן א קורצע צייט שפעטער.

בילד: די פאליציי לויבט אויס די שניי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל