צענדליגער טויזנטער איינוואוינער אין די דערפער ארום דעם מעיאן בארג אין לעגאזפי ראיאן אין די פיליפינען האבן געמוזט עוואקואירן צוליב א וואולקאנישן אויסברוך. דער בארג האט א היסטאריע פון ארום 50 וואולקאן אויסברוכן אין די לעצטע 500 יאר, און אין די לעצטע וואכן צייגט עס סימנים פון נאך א אויסברוך, דעם שבת האט דער בארג אנגעהויבן אויסשפייען אש צו די ארומיגע שטעטלעך, און נעכטן האט עס אנגעהויבן אויסשפייען הייסע לאווע. הגם אצינד שטעלט עס נישט קיין געפאר, קען אבער דער בארג אויפרייסן יעדע ליאדע מינוט און באגראבן די שטעטלעך אונטער די לאווע און אש, דעריבער האט די רעגירונג געצוואונגען די פילע טויזנטער איינוואוינער אין די ארומיגע געגענטער צו עוועקואירן זייערע היימען. די געגנט איז באוואוינט מיט פארמערס וואס שפייזן זיך פון קאקאנאט פלאנצן און די עוואקואציעס קענען אויף זיי האבן א שווערן אפעקט. דער וואלקאנא האט אין דער פארגאנגענהייט אומגעברענגט פילע מענטשן, אריינגערעכנט 5 טוריסטן אין 2012, אין יאר 1814 האט עס אומגעברענגט איבער 1,200 דארפסלייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל