פלארידע – א פארשוין פון פלארידע האט דערציילט פאר פאליצייאישע אויספארשער, אז ער האט געהאקט און געשטויסן אן עי-טי-עם מאשין, וויבאלד דער מאשין האט אים ארויסגעגעבן צופיל געלט. דער 23 יעריגער מייקל דזשאוסעף אלעקסיק ווערט באשולדיגט אין שאפן ארום פינף טויזנט דאלאר שאדנס פאר'ן עי-טי-עם מאשין ביים וועלס פארגא באנק אין קאוקאו, פלארידע, נאכדעם וואס ער האט עס גאר ווילד געשטויסן מיט די הענט און פיס. ווי ער האט שפעטער דערציילט, איז ער געגאנגען ארויסנעמען געלט פון זיין אקאונט, ווען דער מאשין האט אים געגעבן צופיל געלט, איז ער אריינגעגאנגען אינעווייניג און זיך אפגערעדט פאר'ן באנק מענעדזשער, אז דער מאשין האט אים געגעבן צופיל געלט, און ער האט נישט קיין צייט צו דיעלן דערמיט, ווייל ער יאגט זיך צו דער ארבעט, און נאכ'ן זיך אפרעדן, האט ער אטאקירט דעם עי-טי-עם מאשין. אצינד זיצט ער אין טורמע, ביז זיין פראצעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל