לאס אנדזשעלעס – מענטשן וועלכע טרינקען הייסע טיי טעגליך, זענען מעגליך בעסער באשיצט קעגן אנטוויקלען גלוקאמא, לויט א שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן אין "אוניווערסיטעט אוו קאליפארניע" דורך דאקטער ענע קאולמאן. גלוקאמא איז אן ערנסטע קרענק אין די אויגן, און איז די צווייט-גרעסטע סיבה צו בלינדקייט איבער דער וועלט, אפעקטירנדיג אזויפיל ווי 58 מיליאן מענטשן אלוועלטליך. ביז היינט האבן שטודיעס געצייגט אז קאווע און קעפין קענען פירן צו זיין מער אויסגעשטעלט צו גלוקאמא, אבער דאקטער קאולמאן זאגט אז איר שטודיע האט געצייגט קלאר, אז מענטשן וועלכע טרינקען טעגליך א הייסע טיי, אפילו עס פארמאגט קעפין, האבן א 74 פראצענט שוואכערן שאנס צו אנטוויקלען גלוקאמא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל