מיט עטליכע טעג נאכ'ן אנגעפירקלט ווערן מיט אנטיסעמיטישן גראפיטי, איז דאס זעלבע אידישע געשעפט אין א פארשטאט פון פאריז אונטערגעצינדן געווארן דורך אומבאקאנטע וואנדאלן.

א פראקוראר האט דערקלערט אז די ערשטע אויספארשונגען ווייזן אז דאס פייער איז נישט געווען קיין עקסידענט, נאר עמיצער האט עס אונטערגעצינדן.

דאס פייער, וואס איז געקומען צום דריטן יארטאג נאך א טעראר-אטאקע אויף א אידישן סופערמארקעט דורך אן איסלאמישן מערדער, האט גענצליך רואינירט דאס געשעפט און געשעדיגט נאך עטליכע שכינות'דיגע.

דער יעצטיגער געוואלדטאט איז די לעצטע אין א סעריע העסליכע אטאקעס קעגן אידן און אידישע אינטערעסן אין פראנקרייך, וואס ווערט צוגעשריבן צו דער וואקסנדער איסלאמישער באפעלקערונג אין לאנד, וואס ברענגט מיט זיך די שנאת ישראל וואס ווערט געפרעדיגט אין זייערע איסלאמישע און אראבישע היימלענדער.
בילד: כשר געשעפט אין פאריז-אומגעגנט אונטערגעצינדן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל