קאליפארניע – פרישע דעטאלן זענען אפירגעקומען איבער'ן פארשוין וועלכער ווערט באשולדיגט אין אומברענגען דעם אידישן קאליפארניע סטודענט, בלעיז בערנשטיין. לויט די פרישע באריכטן, איז דער פארדעכטיגטער סעמיועל וואדווארד אן אפענער און באקאנטער אנטיסעמיט, און ער האט דאס געזאגט פאר די פאליציי נישט לאנג נאכדעם וואס מ'האט אים ארעסטירט עטליכע טעג צוריק. אויך איז וואודווארד טרענירט געווארן מיט וואפן באנוץ און מארד טאקטיקן, דורך די "אטאמוואַפען" גרופע, וועלכע איז א באוואפנטע אפטיילונג פון א נעא-נאצישער באוועגונג, וועלכע צילט אומצואווארפן די פעדעראלע רעגירונג, און מיטגלידער פון דער גרופע זענען שוין באשולדיגט געווארן אין 4 באזונדערע מארדן אין לויף פון די לעצטע אכט מאנאטן. אויך האט מען געטראפן פארשידענע ארטיקלען און מעסעדזשעס וואס וואדווארד האט געשריבן, אין וועלכע ער באצייכנט זיך אפן אלס א נאציאנאליסט און אנטיסעמיט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל