די בענק פון זעקס גאלף-לענדער שאצן, אז פינף פון די זעקס וועלן זען פינאנציעלע סטאבליטעט דורכאויס דעם יאר 18', מיט'ן אויסנאם פון קאַטאַר.

דער 'גאלף קאאפעראציע קאנסיל', וואס באשטייט פון בענק-פארשטייערס פון סאודי אראביע, קאטאר, יונייטעד ערעב עמירעטס, קואוועיט, באכרעין, און אמאן, איז געגרינדעט געווארן אין 981'.

די גאלף-לענדער האבן לעצטנס אונטערגענומען א צאל אינציאטיווען, געצילט אוועקצושטעלן זייערע עקאנאמיעס אויף נאך יסודות אויסער אויל, וועמענס פרייזן זענען אין די לעצטיגע יארן היפש געפאלן.

דאס איינציגע לאנד וואס איז דערווייל געבליבן הינטערשטעליג איז קאטאר, אויף וועמען עטליכע ארטיגע לענדער, אין שפיץ פון סאודי אראביע, האבן ארויפגעלייגט א באיקאט צוליב אירע פארבינדונגען מיט איראן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל