דער דעפיוטי מעיאר פון דער דייטשער שטאט פראנקפורט האט געמאלדן, אז די שטאט וועט אפהאקן מיט בענק און פינאנציעלע אינסטיטוציעס וואס שטיצן דעם אינטערנאציאנאלן באיקאט-קאמפיין קעגן מדינת ישראל.

פראנקפורט וועט דערמיט ווערן די ערשטע שטאט אין דייטשלאנד אונטערצונעמען אזא שריט, וואס קען האבן ווייטגרייכנדע קאנסעקווענצן אויף די צענדליגער אזעלכע באיקאט-קערפערשאפטן וואס געפינען זיך אין דייטשלאנד.

די החלטה צילט די אזויגערופענע 'בי-די-עס' באוועגונג, וואס קאמפיינט אפיציעל פאר באיקאטירן מדינת ישראל ביזנעסער וואס זענען קווארטירט אדער פארמאגן פיליאלעס אין די שטחים פון יהודה ושומרון, אבער למעשה פירן יענע באוועגונגען א מערכה אויך מיט מדינת ישראל געשעפטס-אינטערעסן בכלל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל