ווי יעדעס יאר וועלן די קומענדיגע וואך צווישן יאנואר 23-26 זיך צוזאמענעמען וועלט פירער און מאכטפולע ביזנעס פירער אינאיינעם מיט עקספערטן אין די ״וועלטס עקאנאמישע פארום״ אין דאוואס, וואס ווערט באטראכט אלס די וויכטיגסטע עקאנאמישע פארום, וואו עס ווערט יערליך באהאנדלט די געפארן און שוועריגקייטן מיט וואס די וועלטליכע עקאנאמיע דארף זיך פארמעסטן.

היי יאר שטייט אויפ׳ן שפיץ פונעם סדר היום די וועלטליכע קלימאט טויש און נאטורליכע קאטאסטראפעס, סייבער אטאקעס, און דער פראבלעם פון אומסטאביליטעט אין דער וועלטליכער עקאנאמיע צוליב וואס די רייכקייט ווערט שטארק קאנצעטרירט און די מיטל קלאס שרימפט איין. צום ערשטן מאל וועט די פארום אויך דיסקוטירן דעם געפאר פון א נוקלעארער קריג און איר נאכפאלגן אויף דער גלאבאלער עקאנאמיע. עס וועט אויך באהאנדלען די פארמערטע קאנפליקטן איבער גלאבאלער האנדל אינעם לעצטן יאר.

עס קומען דארט ארום 70 וועלט–פירער פון די גרעסטע עקאנאמישע גרויסמאכטן, אזוי אויך די גרעסטע באנקירן און פינאנציאלע ריזן, און דאס יאר וועט זיך דארט אויך באטייליגן דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, וואס וועט אדרעסירן די פארזאמלטע ביים פארום. טראמפ וועט דארט אויך הערן קריטיק איבער זיין באשלוס זיך ארויסצוציען פונעם פאריזער קלימאט אפמאך, און אנדערע אינטערנאציאנאלע אפמאכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל