א לאנגיעריגער אדוואקאט, וועלכער ארבעט אין דער זעלבער פירמע ווי געוועזענעם מעיאר זשוליאני, איז אויפגענומען געווארן אלס יו-עס אטוירני פונעם איסטערן דיסטריקט, וואס נעמט אריין ברוקלין.

דזשעפרי בערמאן (Geoffrey Berman) האט פריער געדינט אלס פראקוראר אין מאנהעטן פאר פיר יאר, איידער'ן זיך אנשליסן אין דער 'גרינבערג טרויאיג' לאיער-פירמע.

די פאזיציע איז ליידיג געווארן נאך דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אפגעזאגט דעם פריערדיגן יו-עס אטוירני, פריט בהארארא. בהארארא, וועלכער האט זיך איינגעהאנדלט א רעפוטאציע פון אויפקאכן קעיסעס אויף שוואכע יסודות, האט זיך אנטזאגט צו פרייוויליג פארלאזן דעם אמט און איז ארויסגעווארפן געווארן דורכ'ן פרעזידענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

Post a Comment

Previous Post Next Post