וואשינגטאן – דער "וואל סטריט דזשורנאל" באריכטעט, אז א גרויסע צאל געוועזענע ראטגעבער און איינגעשטעלטע אינערהאלב דער אדמיניסטראציע פון געוועזענעם פרעזידענט באראק אבאמא, האבן באשלאסן צו לויפן פאר קאנגרעס אין די מידטוירם וואלן וואס וועלן פארקומען היי יאר. ווי עס האלט יעצט, האבן די רעפובליקאנער אן אויבערהאנט אין קאנגרעס, האבנדיג 239 זיצן, בת די דעמאקראטן האבן בלויז 193 זיצן, וואס באדייט אז די דעמאקראטן דארפן אנהאלטן קאנטראל אויף אלע זיצן וואס זיי האבן ביז יעצט, און צובאקומען פרישע 24 זיצן, אויב ווילן זיי פארכאפן קאנטראל. די געוועזענע אבאמא באאמטע, וואס דער "וואל סטריט דזשורנאל" זאגט אז ס'זענען פאראן אמווייניגסטנס 12 פון זיי, האלטן אז זיי קענען שאפן א פרא-אבאמא קאאליציע פון וויילער, וועלכע וועלן ארויסקומען און העלפן די דעמאקראטן געווינען קאנטראל פון קאנגרעס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל