דער אמעריקאנער דאלאר איז אין די לעצטע צייטן געפאלן אויף דער אינטערנאציאנאלער וואלוטע-מארקעט, אבער דער שקל פון מדינת ישראל האט זיך אין דער זעלבער צייט געשטארקט, וואס האט רעדוצירט די ווערט-דיפערענץ צווישן די צוויי וואלוטעס צום קלענסטן פונקט אין זיבן יאר.

דער שקל שטייט יעצט מיט עלף פראצענט העכער ווי פאראיאר אין דער צייט, און איין דאלאר איז יעצט ווערט 3.4 שקלים.

דאס איז גינסטיגע נייעס פאר דעם אימפארט-מארקעט פון מדינת ישראל, וועלכע קען יעצט געניסן פון ביליגערע פרייזן פאר זאכן וואס ווערן אריינגעברענגט פון אויסלאנד, אבער שאפט פינאנציעלן קאפ-ווייטאג פאר דעם מדינת-ישראל עקספארט, בעיקר אין די תחומים פון היי-טעק, וויבאלד יענער סעקטאר מאכט אינטערנאציאנאלע געשעפטן מיט'ן אמעריקאנער דאלאר, אבער באצאלט די ארבעטערס מיט'ן שקל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל