א ריזיגער פראיעקט וואס די שטאט וויל לאזן אויפבויען אין דער איסט הארלעם געגנט פון מאנהעטן, האט געפירט עטליכע פראפערטי-אייגנטימער צו פארמישט ווערן אין א געפעכט מיט דער שטאט, וועלכע צווינגט זיי ארויס פון זייערע הייזער און געשעפטן ניצנדיג 'עמינענט דאָמעין'.

אונטער דעם 'עמינענט דאָמעין' רעכט, האט די רעגירונג, פעדעראלע צי לאקאלע, א רעכט אויסצוקויפן אן אייגנטימער אפילו קעגן יענעמס ווילן.

ניו יארק סיטי וויל יעצט אנטוויקלען א ריזן פראיעקט, וואס וועט באשטיין פון א געמיש פון הייזער און געשעפטן, און נויטיגט זיך פאר דעם צוועק אין געוויסע שטחים, וועמענס אייגנטימער ווערן אויסגעקויפט אפילו זיי זענען נישט מסכים.

איינער אזא געשעפטס-אייגנטימער, דאַמאָן בעי, האט גערופן די שטאט אין געריכט, אין א קעיס וואס האט זיך פארצויגן עטליכע יאר, אבער האט זיך געענדיגט מיט א געווינס לטובת דער סיטי.

'פענסי קלינערס', וואס געפינט זיך אויף דער 126סטער גאס און דער דריטער עוועניו, איז נעכטן באאויפטראגט געווארן צו פארלאזן דאס פלאץ -- קעגן דעם ווילן פונעם אייגנטימער, וועלכער טענה'ט אז די שטאט האט אים פארגעשלאגן א לעכערליך-ביליגן פרייז פאר זיין פראפערטי.

מעיאר דעבלאזיא האט פריער, נאך דעם וואס די פרעסע האט אנגעהויבן רעדן וועגן דער געשיכטע, געזאגט אז זיין אדמיניסטראציע האט א "נאענטע צוזאמארבעט" מיט'ן באלעבוס און פרובירן שליכטן דעם סכסוך. היינט איז אבער געקומען די נייעס, אז דאַמאָן בעי האט דערהאלטן א נאטיץ, וואס פארלאנגט פון אים צו פארלאזן דאס פלאץ.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל