ניו יארק – דער יוניאן וועלכע רעפרעזענטירט ניו יארק סיטי פאליציי אפיצירן, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער פאליציי דעפארטמענט פירערשאפט און מעיאר דעבלאזיא, זאגנדיג אז די שטאטישע באאמטע פארלעצן די רעכטן פון פאליציי אפיצירן. די קלאגע איז באזירט אויף דעם וואס די צענדליגער טויזנטער פאליציי אפיצירן אין דער סיטי פארמאגן שוין די ספעציעלע קערפער-קאמערעס, צו רעקארדירן אינצידענטן אין פאל עפעס פאסירט און מען האט פראגעס שפעטער. לעצטנס זענען געווען עטליכע פעלער, ווען די פאליציי דעפארטמענט און די דעבלאזיא אדמיניסטראציע, האבן פובליצירט רעקארדירונגען פון די פאליציי קערפער-קאמערעס, און דאס קלאגט דער פאליציי יוניאן, אז די באאמטע האבן נישט געהאט ארויסגענומען קיין געריכטליכע ערלויבעניש צו פובליצירן די רעקארדירונגען פאר'ן פובליק, און די רעקארדירונגען ווערן באטראכט אלס רעקארדס פון די פאליציי אפיצירן, וואס ווערן געהאלטן אלס "קאנפידענשאל", אויסער אויב ס'איז דא א געריכט פארארדענונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל