קיעוו – ווי א פרישער באריכט צייגט, איז אינעם פארלאפענעם יאר 2017 געווען א רעקארד צאל אנטיסעמיטישע אטאקעס אין אוקראינע, אריינגערעכנט עטליכע ווילדע פיזישע אטאקעס, וועלכע האבן איבערגעלאזט די אטאקירטע אידן מיט ערנסטע וואונדן, דארפנדיג צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג. דער באריכט זאגט אז אין לויף פון יאר 2017 זענען געווען איבער 130 אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אוקראינע, וואס איז מער ווי די צאל אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס האבן פאסירט אין יאר 2017 אין אלע געוועזענע סאוועטישע פארבאנד לענדער קאמבאנירט.

וולאדימיר וויאטראוויטש, אן אוקראינישער היסטאריקער, האט אראפגעריסן דעם באריכט, זאגנדיג אז ס'איז אויפגעבלאזענע "איזראעלישע פראפאגאנדע", אבער אוקראינער אידן האבן אנגעצייגט אז וויאטראוויטש שטייט אין שפיץ פון א לעצטיגן קאמפיין צו באעהרן פארשידענע פארשטארבענע אוקראינישע נאציאנאליסטן, וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין ברוטאלע אנטיסעמיטישע פאגראמען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל