מערב ברעג – א שרעקליכע טראגעדיע האט נעכטן פאסירט, ווען צוויי קליינע קינדער פון איין אידישע פאמיליע זענען אומגעקומען אין א קאר עקסידענט. דער עקסידענט האט פאסירט אינעם מערב ברעג, נעבן דער מתנחלי'שער זידלונג "שבי שומרון", וואו משפחת ליפניק איז געפארן אין זייער אויטא, ווען עס האט זיך פלוצלינג ווילד צוזאמגעשטויסן מיט א פאלעסטינער קאר, נאכדעם וואס דער פאלעסטינער מאטאריסט האט פארלוירן קאנטראל פון זיין קאר און אריינגעפארן אין דער ליניע וואו די ליפניק פאמיליע איז געפארן. דאס צוועלף יעריג מיידל אורי ע"ה און דאס אכט יעריג יונגל רואי ע"ה זענען ליידער אומגעקומען אויפ'ן ארט פונעם עקסידענט, און דער טאטע, די מאמע און צוויי אנדערע קינדער זענען שווער פארוואונדעט געווארן און געפינען זיך אין שפיטאל, טייל פון זיי אין א קריטישן צושטאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל