ריאד – א פליגער פון דעם סאודי אראביע מיליטער האט נעכטן אראפגעקראכט העכער תימן, אבער די צוויי פילאטן האבן איבערגעלעבט דעם קראך. אין א סטעיטמענט האט סאודי אראביע, וועלכע קעמפט קעגן די איראנער-געשטיצטע האוטי רעבעלן פאר קאנטראל אין תימן, געזאגט אז דער מיליטערישער פליגער האט אראפגעקראכט אלס רעזולטאט פון א טעכנישער מאלפונקציע אויפ'ן פליגער, אבער די האוטי רעבעלן האבן גענומען קרעדיט דערפאר, זאגנדיג אז זיי האבן אראפגעשאסן דעם פליגער. סאודיער זעלנער האבן באוויזן צו ראטעווען די צוויי איבערגעלעבטע פילאטן, נאך איידער די האוטי רעבעלן האבן זיי געקענט פארכאפן אלס משכונות, און עקספערטן האבן אנגעצייגט אז דאס איז שוין די זיבעטע אזא פאל, וואס סאודיער מיליטערישע פליגערס און העליקאפטערס קראכן העכער תימן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל