די אנטי-רעגירונג קרעפטן וואס פירן א קאמף מיט דער תימנ'ער פירערשאפט האבן פארכאפט דעם קאנטראל פון דער פּארט-שטאט, אַדען, וואו די פירערס פון לאנד זענען קווארטירט.

דער פרעזידענט און וויכטיגע רעגירונגס-באאמטע זענען געצווינגען געווארן צו בלייבן אינעם פארמאכטן פרעזידענטליכן פאלאץ.

דער קאנפליקט נעמט אריין שכינות'דיגע לענדער, וואס שטיצן די קעגנגעזעצטע צדדים, מיט דעם רוב איסלאמישער וועלט אין שפיץ פון סאודי אראביע שטיצנדיג די רעגירונג, קעגן איראן, וועלכע שטיצט די רעבעלן.

מאפע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל