געזעצגעבער און סיטי באאמטע מוטשען זיך שוין יארן וויאזוי צו לעזן דעם שווערן פראבלעם פון אנגעלייגטע טראפיק אויף די מאנהעטענער גאסן, ספעציעל אין די גאר פארנומענע אוונט שטונדן, איבערהויפט לעצטנס ווען צוליב דעם קאטאסטראפאלן צושטאנד פונעם ניו יארק סאבוועי באנוצן זיך מער ניו יארקער מיט קארס. מיט צען יאר צוריק האט מעיאר מייקל בלומבערג פארגעשלאגן א פלאן צו רעכענען א ספעציעלן שטייער פון $8 אויף די וועלכע פארן ארום אין מאנהעטן, און ס'איז דעמאלט שארף אפגעווארפן געווארן דורך דעמאקראטישע געזעצגעבער, אבער אצינד גרייט זיך גאווערנער קאומא צו אינדארסירן פריש א פארבעסערטן פלאן, וועלכע וועט לייגן א שטייער אויף די וועלכע פארן ארום אין צענטער פון מאנהעטן אין די גאר פארנומענע שטונדן, דאס געלט וועט אינוועסטירט ווערן אין פארבעסערן דעם סאבוועי סיסטעם. דערווייל טוט מעיאר די-בלאזיא זיך קעגנשטעלן צום פלאן, מיט דער טענה אז דאס וועט אפעקטירן די ארימע ניו יארקער, ער טוט אנשטאט קאמפיינען פאר א ספעציעלן שטייער אויף די גאר רייכע וועלכע וואוינען אין מאנהעטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל