עטליכע פראקציעס וועלכע זענען פארמישט אינעם סירישן ציווילע קריג האבן זיך פארזאמלט פאר א סאמיט וועלכע איז פאררופן געווארן דורך רוסלאנד אין א פרואוו צו טרעפן א פאליטישע לעזונג צום אנגייענדן קריזיס אין לאנד, אבער די סאמיט ווערט באיאקאטירט דורך פילע וויכטיגע אפאזיציע גרופעס און רעבעלן, און פון צווישן די 1,600 געלאדענטע זענען ביי די ענדע אנגעקומען בלויז די אפאזיציע גרופעס וועלכע האלטן אן פארמאלע באציאונגען מיט די אסאד רעזשים, און טייל פון די דעלעגאנטן האבן זיך צוריקגעקערט באלד נאכ׳ן לאנדן.

עס האט זיך דערקענט די שטארקע אנגעצויגנקייט ווען ביי די עפענונגס רעדע פונעם רוסישן אויסערן מיניסטער זענען געהערט געווארן פארשידענע צווישנרופן דורך אפאזיציע פארשטייער מיט אנטי-רוסישע סלאגאנען, און פילע פארשטייער האבן שוין אינעם ערשטן טאג פארלאזט דעם סאמיט, אזוי אויך האבן די קורדישע פארשטייער צוריקגעוויזן דעם איינלאדענונג זאגנדיג אז רוסלאנד טוט שטיצן די טערקישע אינוואזיע קעגן דעם קורדישן ראיאן.

ווי עס שיינט וועט די סאמיט נישט דערגרייכן קיין ערנסטע דורכברוך אין די געשפרעכן טראץ די שטארקע האפענונג וואס רוסלאנד האט געלייגט דערויף און די לאנגע חדשים וואס זי ארבייט שוין דערויף, און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע לייגט האפענונג אויף באזונדערע געשפרעכן וועלכע ווערט אפגעהאלטן דורך די פעלקער פאראיין.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל