קאבול – די געשפרעכן אריינצוברענגען די טאליבאן טעראר גרופע, אז זיי זאלן אראפלייגן זייערע וואפנס אין אויסטויש פאר א ראלע אין דער אפגאניסטאנער רעגירונג, זענען אפיציעל צעפאלן, נאכדעם וואס מען האט געזען א סעריע מאסיווע טויטליכע טעראר אטאקעס אין די לעצטע צוויי וואכן. ווי דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט מיט צוויי טעג צוריק, וועט אמעריקע אפהאקן די געשפרעכן מיט די טאליבאן, און נעכטן האט מען געהערט פון דער אפגאנער רעגירונג א דעקלעראציע, אז "די טאליבאן וועט מוזן באקעמפט ווערן אויפ'ן שלאכטפעלד, און נישט אויפן פאליטישן פראנט". די טאליבאן האט זיך אויסגעלאכט פון די דעקלעראציעס, זאגנדיג אז זיי האבן סייווי קיינמאל נישט געמיינט ערנסט די געשפרעכן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל