מאסקווע – רוסישע פאליצייאישע קרעפטן האבן נעכטן דורכגעפירט א ווילדן איבערפאל אויף די אפיסעס און הויפטקווארטירן פונעם פאליטישן אקטיוויסט און פירער פון דער אנטי-פוטין אפאזיציע, אלעקסיי נאוואלני. דער איבערפאל אויף נאוואלני'ס אפיסעס, און שפעטערדיגער ארעסט פון נאוואלני זעלבסט, איז געקומען אינעם זעלבן טאג וואס זיינע שטיצער האבן דורכגעפירט פרישע מאסן דעמאנסטראציעס איבער'ן לאנד, צו פראטעסטירן קעגן דעם וואס די פוטין רעגירונג גייט קאנטראלירן די קומענדיגע פרעזידענט וואלן צו פארזיכערן אז פוטין קומט ארויס דער געווינער. נאוואלני האט אויך געוואלט לויפן פאר פרעזידענט, און ער איז געווען דער איינציגסטער מיט אן עכטן שאנס צו באזיגן פוטין, אויב די וואלן וואלטן געווען יושר'דיג, אבער די רוסישע רעגירונג'ס עלעקשאן באאמטע האבן ארויסגעווארפן נאוואלני'ס אפליקאציע מיט עטליכע וואכן צוריק.

בילד: אלעקסיי נעוואלני ווערט ארעסטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל