די איזראעלישע מיליטערישע פארשונגס פאליציי, 'משטרה צבאית חוקרת,' האט געפילט פאר וויכטיג אנצורופן דעם אפיס פון "מרכז הצלה", וואס האט שוין מסדר געווען טויזנטער ארץ-ישראל'דיגע בחורים מיט דעם מעמד "בן ישיבה" זיך ארויסצודרייען פון ציוניסטישן מיליטער, און זיי געבעטן הילף איבער א פרומען סאלדאט וואס האט זיך פארלוירן, פרעגנדיג צי דער בחור האט זיך געוואנדן צו זיי כדי זיך צו באפרייען פון די מיליטערישע שטריק. דער טעלעפאן-רוף איז אנגעקומען צום צענטער פון מרכז הצלה ארום 2 אזייגער ביינאכט, און די 'חוקרת' פון די מיליטערישע פאליציי, האט איבערגעגעבן פאר ‘מרכז הצלה’ אלע פרטים פונעם סאלדאט, זיין נאמען, עלטערנ'ס נעמען, איי-די נומער, געבורט-דאטום, טעלעפאנען, אדרעס א.א.וו. און געבעטן הילף. דאס מיליטער ווייסט שוין, אפנים, אז אויב איינער האלט קאנטראל אויף אלע בחורים און יונגעלייט וואס זענען פארפלאנטערט מיט'ן מיליטער, איז דאס נאר "מרכז הצלה," און ווי די עסקנים זאגן טאקע, וועלן זיי זיך יעצט אריינווארפן צו העלפן זוכן דעם בחור, און ווי נאר זיי וועלן אים געפינען, וועלן זיי אים פרובירן צו שאפן א "פטור" פון מיליטערישן דינסט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל