ארעגאן – די "אינטעל" פירמע, וועלכע איז די גרעסטע קאמפיוטער טשיפ פירמע אין דער וועלט, שטייט אויס דריי באזונדערע "קלעס עקשאן" אנקלאגעס אין געריכט, איבער די זיכערהייט פראבלעמען וואס זענען אויפגעדעקט געווארן איבער אירע קאמפיוטער טשיפס. די אויפדעקונגען זענען באריכטעט געווארן פארגאנגענעם מיטוואך, און עס האט געצייגט אז "אינטעל" האט שוין געוואוסט אפאר מאנאטן צוריק אז זייערע טשיפס זענען עפעס פעלערהאפטיג דעזיינט, מיט צוויי פראבלעמען, גערופן "מעלטדאון" און "ספעקטער", וואס ערלויבט העקערס גרינגער זיך אריינצובאקומען אין קאמפיוטערס, סעלפאונס, לעפטאפס און אנדערע מאשינקעס, און ארויסכאפן האקעלע פעסווארדס און אינפארמאציע. דער זעלבער פראבלעם איז אויך דא מיט די טשיפס פון "עי-עם-די", אינטעל'ס גרעסטע קאנקורענט, אבער דערווייל זענען די אנקלאגעס נאר קעגן אינטעל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל