א פריער-אומבאקאנט בילד פונעם חפץ חיים זצ"ל איז אפירגעקומען די טעג, וואס ווייזט דעם גאון זיצן פארטיפט אין א ספר אנגעטאן אין טלית-און-תפילין.

דאס בילד איז אנגעבליך געכאפט געווארן דורך ר' אלכסנדר סענדער לינכנער ז"ל, אן אמעריקאנער בחור וועלכער איז פאר דער מלחמה געגאנגען לערנען קיין פוילן.

קאמערעס זענען אין אייראפע געווען א יקר המציאות, אבער אין אמעריקע זענען זיי געווען א גאנגבארע זאך, און לינכנער האט, ווי די געשיכטע דערציילט זיך, געלערנט אין ראדין און ביי א געלעגנהייט געכאפט דאס בילד.

ר' אלכסנדר סענדער איז געווען א תלמיד און שפעטער געווארן אן איידעם ביי דעם תורה-פיאנער אין די פאראייניגטע שטאטן, הרב רבי שרגא פייוול מענדעלאוויטש זצ"ל.

בילד: ניי בילד פונעם חפץ חיים 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל