וואשינגטאן – א געפעכט פון שארפער רעטאריק האט נעכטן אויסגעבראכן צווישן די פאראייניגטע שטאטן און פאקיסטאן, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אראפגעריסן די פאקיסטאנער רעגירונג, פאר'ן גארנישט צושטעלן פאר אמעריקע, און פאקיסטאן איז נישט שולדיג געבליבן, נאר זי האט צוריקגעשאסן שארפע ווערטער.

טראמפ האט אויסגענוצט זיין ערשטן מעסעדזש אויף טוויטער אינעם נייעם יאר 2018 צו שרייבן, אז "אמעריקע האט געגעבן פאר פאקיסטאן איבער 33 ביליאן דאלאר אין די לעצטע 15 יאר, אבער זיי האבן אונז גארנישט צוריקגעגעבן, נאר ליגנטס און פארפירערישקייט, קלערנדיג אז מיר זענען נאראנים."

פאקיסטאן'ס פארטיידיגונג מיניסטער האט צוריקגעשאסן, שרייבנדיג, "פאקיסטאן, אלס אן אנטי-טעראר אליאירטער, האט געגעבן פאר אמעריקע אומזיסט לאנד און לופט-קאמיוניקאציע, מיליטערישע באזעס און שפיאנאזש קאאפעראציע, אבער אמעריקע האט אונז בלויז צוריקגעגעבן אומצוטרוי."

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל