פאריז – פארדעכטיגטע פייערן האבן נעכטן אויסגעבראכן אין די צוויי אידישע געשעפטן "פראמא סטאק" און "הייפער קאושער" אין דער שטאט סרעטיעל אינדרויסן פון פאריז, פראנקרייך, וואס די אויטאריטעטן זאגן קלאר אז זיי פארשן די פייערן אלס אונטערגעצונדענע אנטיסעמיטישע ארסאן פייערן. לאקאלע אידן האבן אויסגעדרוקט שאק, אנצייגנדיג אז די פייערן האבן פאסירט פונקט אינעם טאג וואס עס ווערט אפגעצייכנט דער דריטער יארטאג פון דער ברוטאלער אטאקע אויפ'ן "הייפער קאושער" געשעפט אין פאריז (אן אנדער פליגל פון דעם הייפער קאושער געשעפט אין סרעטיעל), און אויך קומען די צוויי פייערן געציילטע טעג נאכדעם וואס די זעלבע צוויי געשעפטן זענען געצילט געווארן מיט האקנקרייצן און אנטיסעמיטישע גראפיטי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל