א ריעל עסטעיט דעוועלאופער וואס האט זיך אהערגעשטעלט א גארטן מיט א כאטקע אויפ'ן דאך פון א מאנהעטן-געביידע האט אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן דער שטאטישער 'דעפארטמענט אוו בילדינגס', צוליב א געלט-שטראף וואס ער האט דערהאלטן פאר'ן אויפבויען דאס דאך-שטיבעלע.

דעיוויד פוטשקאף וואוינט אין א קא-אפ געביידע אין דער גרעניטש ווילעדזש געגנט פון מאנהעטן, און ער האט זיך איינגעריכט אויפ'ן דאך א גארטן און דארט אויך אויפגעשטעלט א קליין כאטקעלע.

ווען בילדינג-דעפארטמענט אינספעקטארס זענען דארט אנגעקומען, האבן זיי אים געגעבן א 1200-דאלארדיגע געלט-שטראף, באגלייט מיט א פארארדענונג צו צעווארפן דאס שטיבל.

פוטשקאף האט אנגעוויזן, אז ער האט באקומען א פערמיט דאס צו מאכן, און א געריכט האט ווירקליך אנולירט די שטראף, אבער דער בילדינג דעפארטמענט האט אים יעצט געגעבן א פרישע אזא שטראף.

אין רעאקציע האט דער אויפגעברויזטער אייגנטימער אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן דעם בילדינג דעפארטמענט.

א דערפארטמענט-ווארטזאגער האט געזאגט פאר דער פרעסע, אז ער האלט "אינמיטן דורכקוקן די אנקלאגע."
בילד: הייזקע אייגנטימער קלאגט שטאט צוליב אומבארעכטיגער געלט-שטראף

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל