דער 'דייטשער צענטראלער אידישער קאנסיל' האט גערופן די ארטיגע רעגירונג צו פארלאנגען פון נייע אימיגראנטן צו באזוכן נאצישע קאנצענטראציע-לאגערס, אין א פרואוו צו רעדוצירן די ווילדע שנאת ישראל וואס פרישע אימיגראנטן, הויפטזעכליך פון איסלאמישע לענדער, ברענגען אריין אין לאנד.

ארום א מיליאן אראבישע און איסלאמישע אימיגראנטן האבן זיך באזעצט אין דייטשלאנד דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, וואס האט אויך געברענגט צו א גרויסן אויפשטייג אין אנטיסעמיטישע אטאקעס איבער'ן לאנד.

פאריגן חודש, האט דער דייטשער דערציאונגס מיניסטער גערופן די רעגירונג צו באקענען נייע אימיגראנטן מיט די גרוילן פונעם האלאקאוסט.

בילד: יוסף שוסטער, פרעזידענט, צענטראלע קאנסיל פון דייטשע אידן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל